יחיאל מיכל פון זלאטשאוו


תורמים למיזמי ויקימדיה

Article Images

רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו (תפ"א - כ"ה אלול תקמ"א) איז געווען דער מגיד אין זלאטשאוו, מזרח גאליציע, און איינער פון די גרעסטע תלמידים פון בעל שם טוב, דעם גרינדער פון חסידות.

יחיאל מיכל פון זלאטשאוו
געבורט 1731
בראָד, אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1786 (אלט 55 בערך)
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי יחיאל מיכל איז געבוירן אין בראד אין יאר ה'תפ"א (אומגעפער) צו זיין פאטער רבי יצחק פון דראהאביטש, א זון פון רבי יוסף ספראוועדליווער, רב אין פיסטין, א זון פון רבי משה, רב אין זאווריש, און צו זיין מוטער מרת מרים, אן אייניקל פון רבי מאיר פאפריש.

רבי מיכלי איז נפטר געווארן כ"ה אלול ה'תקמ"א, אין ער ליגט אין יאמפאלא.

רבי מיכלי האט געהייראט מרת רעכיל, א טאכטער פון רבי משה פון שדה לבן. זיי האבן איבערגעלאזט פינף זין, ער האט געזאגט זיי זענען צוגעגליכן צו די פינף חומשים:

  1. אדער חנה יענטא, זעט ויתילדו 48